וויאזוי ארבעט שרייבער.קאם?

שרייבער.קאם איז א היימישע ספעל טשעקער, לויט די היימישע ספעלן כללים, געאייגנט צו כאפן ערנסטע ספעלינג טעותים אין אידישע טעקסט; פון די סארט וואס פאר’ן שרייבער אדער מגיה איז עס געווענליך שווער אויפצוכאפן, אבער ווען דער ליינער באמערקט עס זיצנדיג אויפ’ן סאפע איז אביסל בושות…

דער ספעל טשעקער איז בלויז געאייגנט צו קוקן אויף יעדעס ווארט באזונדער, אן קיין שייכות צום פריערדיגן ווארט.

אין אנדערע ווערטער: עס איז נישט קיין גרעמער טשעקער, עס קען נישט זאגן צי עס באלאנגט א לשון זכר אדער נקיבה, אדער צי די טעקסט דרוקט זיך גוט אויס.

אויב איז פארהאן אזא ספעלינג אין אידיש הייסט עס גוט געספעלט, און אז נישט נישט.

אביסל אנדערש. מען לייגט אריין די גאנצע טעקסט וואס מ׳האט, און מען באקומט א רעפארט פון אלע ווערטער וואס דער סיסטעם אנערקענט נישט.

אין צוגאב וועט אייך דער סיסטעם געבן א פינקטליכע נומער פון וויפיל מאל די טעות ערשיינט אין אייער טעקסט.

נאכ’ן באקומען די רעפארט וועט איר דאן קענען מאכן א שנעלער Find and Replace אין אייער פייל צו פאררעכטן די טעותים.

דער ספעל טשעקער איז געאייגנט סיי אויף ווערטער וואס איז נישט גוט געספעלט לויט קיינעם, און אויך אויף ווערטער וואס זענען פארהאן חילוקי דעות.

די כללים פון היימיש אידיש טוישן זיך מיט די יארן, ס׳איז נישט דא קיין הלכה למשה מסיני. מיר האבן פרובירט גיין מיט׳ן דרך הממוצע וויאזוי עס איז אנגענומען אין היימישע ליטעראטור, און אין פאל עס זענען פארהאן חילוקי דעות האבן מיר עפ״י רוב אנגענומען די פסק פון ״אידיש ווערטער אוצר״ (א. ראטה) – נישט ווייל מען טאר נישט מחולק זיין, נאר ווייל דאס ביכל איז דערווייל דאס איינציגסטע אויפ׳ן מארקעט אויף אזא פארנעם.

עס קען זיין 3 סיבות:

1) דאס ווארט איז נאכנישט אינעם סיסטעם. טראץ וואס אונזער ריזיגע דאטא באזע פארמאגט מיליאנען קאמבינאציעס און ווערטער וואס פארגרעסערט זיך טעגליך, איז עס נאך אלץ נישט קיין דבר השלם! עס קען זיך מאכן אז א פשוט׳ע ווארט האט איינפאך נישט עקזיסטירט אין אלע אונזער פיילס!

2) פון אייער זייט איז עס טאקע נישט קיין פראבלעם, אבער עפנט אויף א ״אידישע ווערטער אוצר״, אדער מאכט א סוירטש פאר דעם ספעציפישן ווארט, און איר וועט געוואויר ווערן אז עס איז נישט אזוי פשוט ווי איר מיינט…

3) עס איז פארהאן אן ערנסטער טעות אין דאס ווארט, אבער אייער אויג כאפט עס נישט אויף! בייגט אייך צו, קוקט גוט, און זעט צו 2 אותיות האבן זיך פשוט אויפעגטוישט. (אויפגעטוישט.)

=

נאך אלעם איז וויכטיג זיך איינצוגעוואוינען אז שרייבער.קאם איז סך הכל מעורר אויף געוויסע ווערטער אין אייער פייל, אז ‘אפשר’ דארף מען דאס ספעלן אנדערש. נישט אלץ איז ער גערעכט.

בשעת איר באקומט די רעזולטאטן קענט איר אויסמעקן יעדעס ווארט וואס איר האלט אז עס באלאנגט נישט דארט. מיר באקומען אויטאמאטיש דעם רעפארט פון אייך (אנדעם וואס איר זאלט אונז דאס דארפן עקסטער שיקן), און מיר וועלן אריינלייגן אינעם סיסטעם וואס מיר האלטן פאר וויכטיג.

נאכ׳ן אויסמעקן די ווערטער וואס איר האלט אז עס איז יא גוט געספעלט, קענט איר שיקן די רעזולטאטן צו אייער אייגענע אימעיל, וואס דארט וועט זיין אפגעטיילט די ווערטער וואס איר האט אויסגעמעקט פון די איבריגע.

אונזער סערוויס באשטייט סך הכל פון צוגלייכן אייער טעקסט צו גוטע טעקסט, און אייך זאגן וועלכע ווארט ס’איז נישט דארט געפונען געווארן. וואס צו טון ווייטער ווענד זיך אין אייך.

מיר קענען אייך נישט העלפן וויאזוי ״יא״ צו ספעלן. בלויז מציע זיין וויאזוי ״נישט״.

פארט האבן מיר א באזונדערע קאלום וואס הייסט “הצעות”, וואו דער סאפטוועיר פרובירט אליינס צוזאמצושטעלן ווערטער אלס מעגליכע ערזאץ פאר אייער ווארט. עס איז זייער ווייט פון א דבר השלם, ער קען צומאל שאפן טאטאל נייע לאכעדיגע ווערטער, און קען אמאל פארגעסן פונעם פשוט’ן ערזאץ.

דער קאלום “הצעות” איז ווי א באזונדערע סערוויס אן קיין עכטע דעקונג, און עס איז נישט אויף וואס איר דארפט קוקן. דער עיקר איז דער קאלום פון די ווערטער וואס זענען נישט גוט, גייט דורך ווארט ביי ווארט, זאגט עס ארויס מיט אייער מויל, און פרובירט צו פארשטיין וואו דער טעות ליגט.

אין די קומענדיגע וואכן האפן מיר פיל צו פארבעסערן די הצעות קאלום אז עס זאל זיין מער פארגעשריטן.

 

פון פילע מוגה׳דיגע ארטיקלעך במשך די יארן וואס מיר האבן אריינגעלייגט אין אונזער סיסטעם. בנוסף האבן מיר אונזער סאפיסטיקירטע סיסטעם וואס נעמט יעדעס ווארט און מאכט דערפון פארשידענע וואריאציעס מיט פרעפיקסעס און סופיקסעס.

פארזיכערט? לאו דוקא. אפילו אויב עס איז פארהאן אזא ווארט אין אידיש מיינט נישט אז דא ספעלט מען עס אזוי!

בנוסף דארף טעקסט שטימען לויט כללים פון גרעמער אויך.

אזויפיל יא, אז עס איז נאך א שיכט פון השתדלות דורך א קאמפיוטער אויג, וואס איז פיל מער אפעקטיוו ווי א מענטשליך אויג ״צו וואס עס טויג״.

לעת עתה איז דער סערוויס בחינם, כדי זיך צו קענען געהעריג באקענען דערמיט. צוביסלעך וועלן מיר איינשטעלן א מעמבערשיפ סיסטעם.

די פולע טעקסט ווערט בכלל נישט געהאלטן אינעם סיסטעם, ממילא איז עס נישט מעגליך צו זען אויף קיין שום וועג.

אנדערש איז מיט די ליסטע פון רעזולטאטן, וואס ווערט גוט אנאלאזירט צו כסדר פארבעסערן און פארגרעסערן די מעגליכקייטן פונעם סיסטעם.